יום שני, מרץ 14, 2005

איז דאס דער תכלית


עס איז דא א געוואלד וואס צו שרייבן, פארשטייט זיך מען קען נישט אלעס ארויסברענגען אין די ערשטע מינוט, אבער צוביסלעך, פאוואליע, מיט אביסעל געדולד און מיט אייער קאפעראציע וועלן מיר אנקומען ארויסצוברענגען מער און מער קוועטשענישן וואס פלאגן מיינע געדאנקען טאג און נאכט, און ווי איך גלייב וועלן אסאך זיך קענען אידענטעפעצירן מיט מיינע געדאנקען, און אפילו אויב נישט, באליידיגט אייך נישט ביטע, איך בין בארעכטיגט צו מיין מיינונג פונקט ווי דו צו דיינס,
באמת ווייס איך נישט ווי אנצופאנגען, מען קען נישט אראפשרייבן 30-35 יאר און איין פאסט, אבער לאמיר כאטש אנהייבן מיט וואס עס דרוקט מיר יעצט
נאכן חטא אדם הראשון האט הקב"ה גוזר געווען בזיעת אפיך תאכל לחם, דאס מיינט, שוויצן זאלסטו פאר א שטיקל ברויט (פארוואס איך בין שילדיג אז אדם הראשון איז זאט געווארן וועלן מיר לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט) פון דאן אן ארבעט די מענטשהייט פאר פרנסה, צוריק מיט הונדערטער יאר ווען עס איז געקומען די צייט צו טוען פאר פרנסה איז איינער געווארן א קעכער איינער א בעקער איינער האט געפאשעט שאף און איינער האט געהאט א קלייט, עכ"פ אלעס איס געווען פרנסות וואס האט זיך נישט געפאדערט קיין שום פריערדיגע קענטעניסן
היינט לעבן מיר אין א פארגעשריטענע וועלט, ווען דער אויסגעביגעלטער כולל יונגערמאן פארמאכט ענדליך די גמרא אין רעטייערט פון כולל מיט א טרער (מתוך שמחה?) און הייבט אן צו זיכן א וועג צו פארדינען אפאר דאלער ווייסט ער נישט בחייכון וביומכון וואס מען מעג יא און וואס מען טאר נישט, בכלל אין די היינטיג וועלט איז אזא בריאה א אומגעצייטיגטע פרי, ער קען נישט קיין ענגליש, נישט לייענען שרייבן (ביים לערנען ענגליש אין חדר האט ער דאך געווארפן אראנדש שאלכטץ אויפן טיטשער) און די היינטיגע וועלט ווען אלעס גייט מיט אימעיל איז דאס גאר א גרויסער חורבן, עכ"פ ער האט נישט קיין שום פאך אין די האנט, דאס וואס ער האט אלץ בחור גיט געקענט פארענטפערן דעם מדרש פון הים ראה וינוס העלפט אים גארנישט צוצוקימען צום רכוש מצרים, נא, כאן הבן שואל, דא הייבן זיך אן די קשיות, וואס גייט דא פאר, אלס קינד און אלס בחור ציט מען אויף מיט א גאנצע חינוך אפאראט כאילו דער גאנצער ישיבה גייען ווערן רבנים און דיינים און פון דעם ציען זייער חיונא, מען לייגט אריין שעות און כוחות און מיליאנען דאלארן אין דעם חינוך סיסטעם אויפצוציען אונזערע קינדער און לערנען מיט זיי אביי ורבא, וואס האבן זיי פון דעם שפעטער, אז אגאנץ לעבן דארפן זיי זיך פלאגן אלץ אנאלפאבעטן וואס קענען נישט גארנישט און ווייסן נישט וואס טוט זיך אויף די וועלט ווייל אלץ בחור איז זייער וויכטיג געווען ער זאל וויסן אז רב אמי ורב אשי אזדו לטעמייהו, עס וואלט געווען נישט מער ווי מענטשליך, דו עלטערן וואלטן נאך געמעגט האבן אזויפיל געפיל פאר זייערע קינדער, זיי צו לערנען אין די טייערע בחורישע יארן אקאונטיג, לאו, דאקטעריי, מארקעטינג, וכדו' אז ווען זיי קומען ארויס אויף די גאס זאלן זיי כאטש זיין נארמאלע מענטשן און האבן וואס צו פארקויפן
עכ"פ דער חינוך סיסטעם איז א טאטאלער דורכפאל, עס וואלט ווען געווען אינטרעסאנט אפצוכאפן א ווידיא (פארשטייט זיך נאך פאר אונזערע געטרייע רבנים האבן עס געאסרט) פון א כיתה אין ישיבה קטנה ווי מען איז מחנך די בחורים מיט אזא ערענסקייט, משה לערנט שעות רצופות, יענקל רעדט נישט פארן דאווענען, געצל ווייקט זיך אין חסידישע ספרים, חיים דאווענט מיט א פלאם, עכ"פ א מוצלחדיגע כיתה, לייג אוועק דעם פילם 10-15 יאר נעם עס דערנאך אפיר, וועסט נישט טרעפן קיין ברעקל פון די אויבענדערמאנטע זאכן (חוץ ביי אחד בעיר ושנים במשפחה) משה וועט דרייוון א לעקסעס, יאנקל וועט קוים אנקוקען א סידור, וכו', עס איז א פאקט, עס בלייבט גארנישט פון די אלע פוסטע ליפטיגע בחורישע דמיונות, פארוואס זאל מען נישט אין די צייט אויפבויען דעם מענטש ער זאל עפעס האבן אין זיך, עס איז ממש א רחמנות אויף די אלע יארען וואס ווערן פארפוסטעט
וועט איר מיר אוודאי פרעגן, נא, דיינע קינדער וויאזוי וועסטו אויפציען, אוודאי וועל איך זיי לאזן מיטפארן מיטן סיסטעם, מען האט דאך נישט קיין ברירה, אבער עס איז א גרויסער שאד, פארוואס קומט זיך פאר אונז די קללה פון אדם הראשון אויף א גרעסערן פארנעם

תכלית